וועגן דעם אַרכיוו פֿאַר זינג־לידער

ברוכים־הבאָים אין דעם שוועדישן פֿאָרשונג־אַרכיוו פֿאַר פֿאָלקסמוזיק, זינג־לידער, עלטערער פּאָפּמוזיק, דזשעז און פֿאָלקס־טאַנץ.

װאָס טוט דער שוועדישער אַרכיוו פֿאַר זינג־לידער

דער אַרכיוו פֿאַר זינג־לידער זאַמלט צונויף, היט אָפּ, פֿאָרשט אויס און דערציילט וועגן דער קולטורעלער ירושה פֿון מוזיק און טאַנץ אין שוועדן. מיר אַרבעטן מיט די לימודים פֿאָלקסמוזיק, זינג־לידער, עלטערע פּאָפּמוזיק, דזשעז און פֿאָלקסטאַנץ. דער אַרכיוו איז אָפֿן פֿאַר אַלע וואָס ווילן זען די זאַמלונגען.

ניט נאָר זינג־לידער אין די זאַמלונגען

בײַ אונדז וועט מען למשל געפֿינען האַנטשריפֿטלעכע ביכער מיט זינג־לידער פֿון פֿאַרשיידענע טיילן שוועדן, הונדערט־יאָריקע רעקאָרדירונגען פֿון סאַמישן “יויק”, אַלטע שלאַגער־נאָטן, אָריגינעלע אַראַנזשירונגען פֿאַר דזשעז־קאַפּעליעס, פֿילמירטע טענץ און אַ גאַנצן “רײװ”־אַרכיוו.

אין די זאַמלונגען זענען דאָ קלאַנג־ און פֿילם־רעקאָרדירונגען, נאָטן, טעקסטן, בילדער, ביכער, אַרכיוון פֿון אינדיווידן און אָרגאַניזאַציעס, און דערצו אויך אַ רעפֿערענץ־ביבליאָטעק.

אָפֿן פֿאַר אַלע

אין אונדזערע וועב־קאַטאַלאָגן קען מען אָפּזוכן רעקאָרדירונגען און הונדערטער טויזנטער זינג־לידער. מיר מאַכן כּסדר צוטריטלעך אונדזערע זאַמלונגען דיגיטאַליש. שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן ביוראָ כּדי צו שטעלן פֿראַגעס אָדער נאָכזוכן עפּעס אין די זאַמלונגען. אונדזערע לימוד־מבֿינים קענען ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון אינדיווידן און אינסטיטוציעס איבערן גאַנצן לאַנד. מע קען אונדז אויך באַזוכן אין שטאָקהאָלם.

פֿאָרשונג און אײַנזאַמלונג

דער שוועדישער אַרכיוו פֿאַר זינג־לידער האָט דורכגעפֿירט פֿאָרשונג זינט דעם אָנהייב 1951, אָפֿט מאָל מיט אַן אַרויספּונקט אין אונדזערע אייגענע זאַמלונגען. מיר אַרבעטן צוזאַמען אוניווערסיטעטן, הויכשולעס און אַנדערע קולטור־אינסטיטוציעס, סײַ אין שוועדן סײַ אין אויסלאַנד.

מע פּובליקירט די פֿאָרשונג אין ביכער, דיסקן, וועב־רעפֿעראַטן און עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן. דער אַרכיוו פֿאַר זינג־לידער גיט אויך אַרויס די יערלעכע וויסנשאַפֿטלעכע צײַטשריפֿט “פּולס – אַ צײַטשריפֿט וועגן מוזיק און טאַנץ־טעכנאָלאָגיע”.

דער שוועדישער אַרכיוו פֿאַר זינג־לידער איז אַ טייל פֿון דער מלוכישער אינסטאַנץ “די מלוכישע מוזיק־אַדמיניסטראַציע”.